top of page

מען דַארף ניט פַארגעסן די שפּרַאך פון די מַאמעס, יִידיש לשון איז ליבע – ווָאס איז אונדז אזוי טייער, לידער און מעשׂיות וועגן גָאלדענע פַּאוועס,א ליד ֿפון דער זון ווָאס פַארגַאנגען אין פייער.

אונדזערע מַאמעס, א זַאֿפטיקן יִידיש גערעדט, דעם אלף און בית, דעם גימל און שין, מיט דער דָאזיקער שפּרַאך צו גָאט א תּֿפילה געבעט, אדער א ליד וועגן וועלדער, ווָאס טונקט זיך אין גרין.

יִידיש, די שפּרַאך אויף וועלכער מיר זיינען ערצויגן, ס’איז פון דורות דער לשון אונדזערער געווען, אויף דער שפּרַאך די מַאמעס מילך אנגעזויגן, אויף יִידיש בַאוווּנדערט די שטערן ווָאס מיר הָאבן געזען.

אין יִידישע שולן געלערנט אויף דער שפּרַאך: רעדן און שַרייבן. דעם טעם פון א יִידיש ליד ווען קינדערלעך זינגען, מיטן קלַאנג פון די לידער געטָאן הונגער און אומעט פַארטרַײבן. ארעמע יַאנקעלעך, שׂרהלעך – געטָאן די לוֿפט פַארקלינגען.

 

מיט דער יִידישער שפּרַאך אויף די ליפּן, די מַאמעס ֿפַארשוווּנדן, אויף זייערע ביינער און יִידישן לשון דָאס לַאנד אויֿפגעשטעלט, מיטן ניט רעדן יִידיש שיט מען זַאלץ אויף די וווּנדן. דָאס שיין לשון אונדזערס, יִידיש: אוי וויי, ווי עס פעלט.

יִידיש

bottom of page